לֵב לָדַעַת

שריפטן · תשובה

די מאדנע זאך מיט מחילה

אויב דער אייבערשטער איז מיר מוחל יעדעס יאר, פארוואס זאל איך דערפון האבן מער מורא פאר אים?

· 4 מינוט צו ליינען · איבערגעזעצט פון ענגליש

אינהאלט6 טיילן
  1. פיר שווערע קשיות
  2. אפשר נעמען מיר דעם אומריכטיגן משל
  3. א גאנץ אנדער סארט מחילה
  4. וואס דער מלבי״ם זעט
  5. דער שענסטער חלק
  6. ארויסגיין פון יום כיפור

מיר זאגן עס ווידער און ווידער די טעג:

סְלַח לָנוּ. מְחַל לָנוּ. כַּפֶּר לָנוּ.

מחזור יום כיפור

רבונו של עולם, זיי אונז מוחל.

דערנאך ענדיגט זיך יום כיפור. מיר גלייבן אז השם האט אונז מוחל געווען. מיר זינגען, מיר טאנצן, מיר גייען אהיים פרייליך.

אבער לאמיר זיך אפשטעלן א רגע. וואס איז דא יעצט פאסירט?

פיר שווערע קשיות

1. וואס איז געווארן פונעם דין?

שטעלט אייך פאר, איינער באגייט א קריים. ער גייט אריין אין קאורט און זאגט: “דזשאדזש, עס טוט מיר באמת באנג.”

דער דזשאדזש ענטפערט: “אקעי. מוחל. דו קענסט גיין.”

דאס וואלט מען נישט גערופן רחמנות. דאס וואלט מען גערופן א קאורט וואס ארבעט נישט.

נו, וואס בעטן מיר דען אז השם זאל טון?

2. דער אייבערשטער לאזט נישט סתם אויס

חז״ל זאגן עס שארף:

כׇּל הָאוֹמֵר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא וַתְּרָן הוּא, יִוָּתְרוּ חַיָּיו

בבא קמא נ.

ווער עס זאגט אז דער אייבערשטער לאזט סתם אויס, וועט מען אויסלאזן זיין לעבן. די גאנצע תורה איז געבויט דערויף אז וואס מען טוט האט קאנסעקווענצן.

איז וואס איז מחילה? איז די עבירה געשען אדער נישט? און אויב יא, וואו איז אהינגעקומען דער דין?

3. פארוואס דארף איך בכלל בעטן?

השם ווייסט פונקטליך וואס איך האב געטון. ער ווייסט פארוואס איך האב עס געטון, און צי עס טוט מיר באמת באנג. ער האט עס געוואוסט נאך איידער איך בין געבוירן געווארן.

איז וואס זאג איך אים ווען איך שטיי דארט און זאג:

אָשַׁמְנוּ. בָּגַדְנוּ. גָּזַלְנוּ…

סידור, וידוי

4. פארוואס מאכט מחילה מיר מער מורא?

מען וואלט געמיינט פארקערט. אויב יעדעס יאר זע איך אז השם איז מיר מוחל, זאל איך דען נישט האבן ווייניגער מורא?

און דאך זאגט דוד המלך:

כִּי עִמְּךָ הַסְּלִיחָה לְמַעַן תִּוָּרֵא

תהלים קל, ד

ביי דיר איז דא מחילה, כדי מען זאל פאר דיר מורא האבן.

וויאזוי ברענגט סליחה צו יראה?

אפשר נעמען מיר דעם אומריכטיגן משל

טראכט א רגע פארוואס מענטשן זענען מוחל.

א קאמפאני האט צו באקומען 23 דאלער. דאס איינמאנען וועט זיי קאסטן 80 דאלער, לאזן זיי עס אוועק. דאס איז נישט קיין ליבשאפט. דאס איז חשבון.

א גאווערמענט קען נישט נאכגיין יעדע קליינע עבירה. קאורטס און תפיסות קאסטן געלט, לאזט מען געוויסע זאכן אוועק. דאס איז אויך נישט קיין מחילה. דאס איז סתם פראקטיש.

צוויי מענטשן קריגן זיך, און איינער זאגט: “שוין. פארגעס דערפון.” אפשר איז ער אויסגעמוטשעט. אפשר פיינט ער מחלוקת. אפשר דארף ער די רילעישאנשיפ מער ווי ער דארף געווינען.

אסאך מאל קומט מענטשליכע מחילה פון דעם וואס מיר קענען נישט מער.

א גאנץ אנדער סארט מחילה

א קינד פאלגט נישט די מאמע, מיט כוונה.

זי קען אים שטראפן. זי האט נישט מורא פאר אים, און זי טראכט נישט פלוצלינג אז וואס ער האט געטון איז אקעי. אבער זי זעט אים שטיין דארט, פארשעמט, און זי ווייסט אז נאך א שטראף וועט אים נישט נענטער ברענגען.

איז זי בוקט זיך אראפ, קוקט אים אריין אין די אויגן און זאגט:

“איך ווייס וואס דו האסט געטון. עס איז נישט געווען גוט. אבער דו ביסט נאך אלץ מיין קינד. קום אהער.”

די מחילה איז נישט דער סוף פון חינוך. די מחילה איז דער חינוך.

דאס קינד גייט אוועק און טראכט: “נאך וואס איך האב געטון… וויל מיך מאמי נאך?”

און ווייל ער האט געפילט די ליבשאפט, וויל ער איר מער נישט וויי טון. די מחילה האט אויפגעטון וואס קיין שטראף האט נישט געקענט.

וואס דער מלבי״ם זעט

דער מלבי״ם כאפט זיך אויף די לשון. דער פסוק זאגט נישט נאר “דו ביסט מוחל”. ער זאגט אז די סליחה איז ביי דיר:

כִּי עִמְּךָ הַסְּלִיחָה

תהלים קל, ד

ווען א מענטש איז מוחל, טייטשט ער, ליגט די סיבה געווענליך ביי דעם וואס מען איז אים מוחל: ער האט חרטה געהאט, ער האט זיך געבעטן, ער האט ארויסגערופן רחמנות, ער האט געפונען חן. אבער ביים אייבערשטן:

אַתָּה סִבַּת הַסְּלִיחָה נִמְצָא בְּךָ

מלבי״ם, תהלים קל, ד

די סיבה פון סליחה ליגט ביים אייבערשטן אליין. א וועלט קען אן דעם נישט שטיין. ווי אברהם אבינו האט געזאגט, אויב דו ווילסט דין, איז נישטא קיין וועלט.

דערנאך זאגט דער מלבי״ם וואס אמת’ע סליחה איז:

שֶׁיַּעֲבִיר אֶת הֶעָוֹן כְּאִלּוּ לֹא הָיָה בַּמְּצִיאוּת כְּלָל

מלבי״ם, תהלים קל, ד

אוועקנעמען די עבירה ווי זי וואלט קיינמאל נישט געווען.

א מענטש קען דאס נישט. איך קען אויפהערן ברוגז זיין אויף דיר. איך קען באשליסן נישט נוקם צו זיין. איך קען ווידער אויפבויען אונזער פריינדשאפט. אבער איך קען נישט צוריקגיין אין צייט און מאכן אז וואס איז געשען זאל קיינמאל נישט געווען זיין.

דערפאר, ווייזט אן דער מלבי״ם, געפינט מען נישט אין גאנץ תנ״ך אז איין מענטש זאל געבן סליחה פאר א צווייטן. נאר דער אייבערשטער.

דער שענסטער חלק

“למען תורא”. פארוואס איז השם מוחל? כדי מיר זאלן פאר אים מורא האבן.

ביי א מלך בשר ודם, זאגט דער מלבי״ם, מאכט מחילה שוואכער די מורא. מען האט מורא פאר א מלך ווייל ער שטראפט. אויב ער שטראפט קיינמאל נישט, איז נישטא פאר וואס מורא צו האבן.

דער אייבערשטער דארף נישט קיין שטראף צו ווייזן זיין גרויסקייט. זיין סליחה ווייזט עס.

דו שטייסט פארן אייבערשטן, וואס האט נישט קיין סוף. דו קענסט אים נישט שאטן. דו קענסט אים נישט מאכן קלענער. דו קענסט אים גארנישט צונעמען.

און פונדעסטוועגן, ביסטו אים חשוב.

דו ביסט דורכגעפאלן. דו האסט זיך אוועקגערוקט. דו קומסט צוריק. און השם זאגט: קום צוריק צו מיר.

און פלוצלינג טרעפסטו עפעס וואס מען קען כמעט נישט כאפן:

נאך אלעס וואס איך האב געטון, וויל השם נאך אלץ א קשר מיט מיר.

דאס מאכט נישט דעם אייבערשטן קלענער. דאס מאכט אים ריזיג.

דאס איז “כי עמך הסליחה למען תורא”. די סליחה ווייזט ארויס די רוממות פון השם, און דאס ברענגט צו יראה.

ארויסגיין פון יום כיפור

מיר גייען נישט ארויס און זאגן: “שיין. איך בין ארויס אן א שטראף.”

מיר גייען ארויס און זאגן: “ווער איז דער אייבערשטער וואס איך געהער צו אים?”

ווען די סליחה גייט באמת אריין, ווילסטו נישט אוועקלויפן און ווידער זינדיגן. דו ווילסט נענטער קומען.

אפשר איז די גרעסטע זאך וואס מען כאפט ביי תשובה נישט ווי שלעכט מיין עבירה איז געווען.

נאר ווי טיף דער קשר איז געווען די גאנצע צייט.

שיקט דעם ארטיקל

דרוקן ווי א גליון

אינעם דרוק פענצטער, קלייבט Save as PDF צו האלטן א קאפיע.

Esc צו פארמאכן