לֵב לָדַעַת

שריפטן · עבודה

דער דמיון אז עס זענען דא נאך כחות

מיר מאכן א טעות און האלטן דעם כלי פארן מקור.

· 8 מינוט צו ליינען · איבערגעזעצט פון ענגליש

אינהאלט9 טיילן
  1. ליבשאפט
  2. אפילו א גשמיות’דיגע הנאה קען אזוי ארבעטן
  3. תאוה הייבט זיך אן ווען איך הער אויף צו זען דורך דער זאך
  4. פארוואס קען עס קיינמאל נישט אינגאנצן העלפן?
  5. מורא איז פונקט דער זעלבער דמיון, נאר פון דער אנדערער זייט
  6. דאס איז די אינעווייניגסטע פארעם פון עבודה זרה
  7. דער אגא אליין קען ווערן די גרעסטע עבודה זרה
  8. און יעצט מיינט יראת שמים עפעס אסאך טיפער
  9. איז ווערן ליבשאפט און מורא סוף כל סוף איינס

עס איז דא איין יסוד’דיגע טעות וואס ליגט אונטער א ריזיגע טייל פון תאוה, פון זיך אנהאלטן אין אנדערע, פון גאוה און פון מורא:

מיר האלטן דעם כלי פארן מקור.

דער אייבערשטער איז דער איינציגער אמת’ער מקור פון עקזיסטענץ, פון לעבן, פון הנאה, פון סעקיוריטי, פון ווערט, פון ליבשאפט און פון אלעס גוטס. אלעס אנדערש איז נאר אויף א צייט. א מענטש, עסן, געלט, געזונט, שיינקייט, א שם, שכל, הצלחה, די אלע זענען נאר דא ווייל השם האלט זיי אין לעבן, און די אלע קענען פארשווינדן.

די פראבלעם הייבט זיך אן ווען א באשעפעניש הערט אויף זיין ביי מיר א כלי דורך וועלכע השם גיט, און איך הייב אן צו פילן ווי עס אליין וואלט געגעבן.

דאס איז דער שורש פונעם דמיון.

ליבשאפט

ווען איך זאג: “איך האב ליב דעם מענטש ווייל ער מאכט מיר גוט פילן, ער רעספעקטירט מיך, ער פארשטייט מיך, ער גיט מיר געלט, אדער ער מאכט מיך פילן חשוב”, וואס האב איך עפעס ליב?

אסאך מאל האב איך אים נישט באמת ליב. איך האב ליב וואס איך באקום דורך אים.

דאס הייסט:

כׇּל אַהֲבָה שֶׁהִיא תְלוּיָה בְדָבָר, בָּטֵל דָּבָר, בְּטֵלָה אַהֲבָה

אבות ה, טז

אז די זאך פארשווינדט, פארשווינדט די ליבשאפט.

די טיפערע ליבשאפט איז א גאנץ אנדערע זאך.

איך האב ליב דעם אייבערשטן. און ווען איך קוק אויף א צווייטן איד, זע איך ווייטער פונעם אגא פון אויסן, פון זיין נאטור, פונעם גוף, פון זיינע מעלות און חסרונות. איך זע א נשמה וועמענס שורש איז אין השם.

ווי דער תניא באשרייבט, ווען דער גוף ווערט טפל און די נשמה ווערט עיקר:

שֶׁכּוּלָּן מַתְאִימוֹת, וְאָב אֶחָד לְכוּלָּנָה

תניא, פרק לב

איז “ואהבת לרעך כמוך” נישט פשט אז איך מוז הנאה האבן פון יעדן נאטור גלייך. עס מיינט אז איך לערן מיך ליב האבן עפעס אסאך טיפער ווי דער נאטור.

איך האב ליב די אלקות וואס ווייזט זיך ארויס דורך דעם מענטש.

דעמאלט קריגט זיך נישט מיין ליבשאפט צו א צווייטן איד מיט אהבת השם. זי איז אליין אן ארויסווייזן פון אהבת השם.

עס זענען נישט דא טויזנט ליבשאפטן וואס האבן נישט צו טון איינס מיט’ן אנדערן.

עס איז בסך הכל דא איין ליבשאפט, אהבת השם, וואס ווייזט זיך ארויס דורך די זאכן וואו איך טרעף אים.

אפילו א גשמיות’דיגע הנאה קען אזוי ארבעטן

נעם א שטיקל ברויט.

וואס האב איך עפעס ליב?

מעל און וואסער וואס מען האט צוזאמען געבאקן? עפעס וואס קען מארגן ווערן אלט, פארברענט ווערן אין א פייער, אדער פארשווינדן אין פינף מינוט?

דאס ברויט אליין איז נישט מיין מקור פון לעבן.

השם שפייזט מיך דורכן ברויט.

איז ווען איך עס ווי עס דארף צו זיין, קען איך פילן:

קוק דעם אייבערשטנס חסד. ער האט באשאפן הונגער, ווייץ, טעם, דיידזשעסטשן, שפייז, און יעצט האלט ער מיך אין לעבן.

דעמאלט קען איך שטארק הנאה האבן פונעם ברויט, אן מאכן פונעם ברויט א געטש.

די הנאה גייט דורך די זאך צום אייבערשטן, אנשטאט זיך אפצושטעלן ביי דער זאך.

ברויט ← חסד ← השם.
שיינקייט ← חכמת השם ← השם.
פריינטשאפט ← אהבה ← השם.
געלט ← השם’ס פרנסה ← השם.
לעבן ← השם’ס מתנה יעדע רגע ← השם.

די גשמיות’דיגע וועלט דארף נישט פארשווינדן.

זי דארף ווערן טרענספערענט.

איך הייב אן צו זען דורך די זאכן, אנשטאט זיך אפצושטעלן ביי זיי.

תאוה הייבט זיך אן ווען איך הער אויף צו זען דורך דער זאך

לאמיר זאגן איך פיל א ליידיגקייט.

איך עס עפעס געשמאק.

פאר א רגע פיל איך גוט.

דערנאך וויל איך נאך איינס.

און נאך איינס.

וואס זוך איך באמת?

דאס ערשטע שטיקל האט מיר שוין געגעבן אלעס וואס דאס עסן אליין האט: טעם.

אבער ערגעץ אינעווייניג האב איך עס געבעטן אסאך מער:

פיל מיך אן. בארואיג מיך. מאך מיך פרייליך. גיב מיר לעבן. מאך אז די ליידיגקייט זאל פארשווינדן.

און דאס קען עסן נישט טון.

איז א מאדנע זאך: אמאל טוען מיר איבער א הנאה נישט ווייל זי איז אזוי געלונגען, נאר ווייל זי האט נישט געגעבן וואס מיר האבן, אן אפילו וויסן, ערווארט פון איר.

אפשר וועט דער נעקסטער ביס עס טון.
אפשר דער נעקסטער קויף.
אפשר דער נעקסטער קאמפלימענט.
אפשר נאך הונדערט טויזנט דאלאר.
אפשר נאך איינעמס הסכמה.
אפשר נאך א געשמאקע זאך.

אזוי ווערט דער ציקל:

תאוה ← הנאה ← א רגע רואיג ← ליידיגקייט ← א שטארקערע תאוה.

פארוואס קען עס קיינמאל נישט אינגאנצן העלפן?

ווייל מען בעט עפעס וואס האט א סוף, עס זאל אנפילן עפעס אסאך טיפער.

דער גוף קען ווערן זאט. די נשמה קען מען נישט אנפילן מיט א שטיקל קעיק.

דערפאר קען צופיל הנאות לאזן א מענטש נאכדעם פילן מאדנע ליידיג אדער נידעריג.

נישט ווייל גשמיות’דיגע הנאה איז שלעכט.

השם האט באשאפן הנאה.

די נידעריגקייט קומט ווען עפעס וואס האט געדארפט מיר דינען אלס כלי איז געווארן מיין בעל הבית.

“איך דארף עס."
"נאך איינס."
"איך קען נישט זיין אקעי אן דעם.”

דער עבד איז געווארן דער מלך.

און דערפאר קען זיך איינהאלטן ברענגען אזויפיל כבוד.

איך קען הנאה האבן פונעם סטעיק.

אבער:

דער סטעיק איז נישט מיין געטש.

מורא איז פונקט דער זעלבער דמיון, נאר פון דער אנדערער זייט

תאוה זאגט:

“די זאך קען מיר געבן לעבן.”

מורא זאגט:

“די זאך קען מיר צונעמען מיין לעבן.”

זיי זענען צוויי זייטן פון פונקט דער זעלבער טעות.

לאמיר זאגן איך גיי אריין אין א צימער און איך דארף שטארק אז אלע זאלן מיך אננעמען.

פלוצלינג בין איך נערוועז.

וואס וועלן זיי טראכטן?
וועל איך זיך הערן נאריש?
וועלן זיי מיך אפשטויסן?
אפשר זאל איך בעסער נישט רעדן.
אפשר זאל איך בכלל נישט גיין.

פארוואס האבן די מענטשן פלוצלינג אזויפיל כח?

ווייל ערגעץ אינעווייניג האב איך פריער באשלאסן:

זייער הסכמה גיט מיר ווערט.

און אויב איך גלייב דאס, מוז איך אויך גלייבן:

זייער אפשטויסן קען מיר צונעמען מיין ווערט.

איז קודם מאך איך פון א זאך מיין מקור פון לעבן.

דערנאך האב איך שרעקליך מורא עס צו פארלירן.

פון דא לערנען מיר א וואונדערליכן כלל:

יעדער פאלשער מקור פון ליבשאפט ברענגט סוף כל סוף א פאסיגע מורא.

  • אויב איך דין מענטשנס הסכמה, האב איך מורא מען זאל מיך אפשטויסן.
  • אויב איך דין געלט, האב איך מורא צו פארלירן געלט.
  • אויב איך דין הצלחה, האב איך מורא פון דורכפאלן.
  • אויב איך דין מיין שם, האב איך מורא פון א בושה.
  • אויב איך דין באקוועמליכקייט, האב איך מורא פון אומבאקוועמליכקייט.
  • אויב איך דין קאנטראל, האב איך מורא פון נישט וויסן.
  • אויב איך דין מיין שכל, האב איך מורא אויסצוזען נאריש.
  • אויב איך דין מיין כח, האב איך מורא פון שוואכקייט.
  • אויב איך דין מיין אגא, פארברענג איך מיין לעבן מיט פראטעקטן מיין אגא.

די ליבשאפט און די מורא קומען פון דעם זעלבן דמיון:

איך האב געגעבן א באשעפעניש כח איבער מיין עקזיסטענץ.

דאס איז די אינעווייניגסטע פארעם פון עבודה זרה

נישט דווקא עבודה זרה על פי הלכה, נאר וויאזוי זי ארבעט אין דער נפש.

עבודה זרה זאגט:

עס איז דא נאך א כח.

און דאס הארץ קען, אן מערקן, מאכן די זעלבע טעות.

“דער מענטש גיט מיר מיין פרנסה."
"די מענטשן באשליסן וויפיל איך בין ווערט."
"דאס עסן גיט מיר שמחה."
"דער שם מאכט מיך פאר עמיצער."
"דער מענטש קען מיך חרוב מאכן."
"דער עולם קען מאכן פון מיר א גארנישט.”

די זאך איז געווארן א קליינע עבודה זרה אין מיין קאפ.

איך הייב אן איר צו דינען.

אמאל דין איך איר מיט תאוה:

“ביטע, גיב מיר לעבן.”

און אמאל דין איך איר מיט מורא:

“ביטע, טו מיר נישט וויי.”

סיי ווי סיי, האב איך פארגעסן:

דו ביסט א כלי. דו ביסט נישט דער מקור.

דער אגא אליין קען ווערן די גרעסטע עבודה זרה

“איך בין סוקסעספול."
"איך בין קלוג."
"מען רעספעקטירט מיך."
"איך זע גוט אויס."
"איך בין טאלאנטירט."
"איך בין זיכער אין זיך.”

אבער וועלכע פון די איז אויף אייביג מיינס?

א קרענק קען טוישן וואס איך קען.
עלטער קען טוישן וויאזוי איך זע אויס.
איין מעשה קען טוישן מיין שם.
געלט קען פארשווינדן.
דער שכל אליין קען שוואכער ווערן.

איז אויב מיין גאנצער “איך” איז געבויט אויף די זאכן, מוז איך זיי כסדר דיפענדן.

און דאס ברענגט שרעקליך אסאך אנגזייטי.

אבער דער טיפערער “איך” זאגט:

מיין שכל איז א מתנה. מיין געלט איז א מתנה. מיינע כשרונות זענען מתנות. מיין גוף איז א מתנה. מיין שם איז נאר אויף א צייט. מיין גאנצע עקזיסטענץ גיט מיר השם יעדע רגע פון ניי.

איך קען זיך באנוצן מיט די אלע זאכן, אן מאכן פון קיינעם פון זיי “מיך”.

דעמאלט דארף הצלחה מיך נישט אויפבלאזן, און א דורכפאל דארף מיך נישט צעברעכן.

און יעצט מיינט יראת שמים עפעס אסאך טיפער

געווענליך לעבט א מענטש מיט הונדערטער פחדים:

השם.
מענטשן.
געלט.
קרענק.
אז מען זאל מיך אפשטויסן.
בושה.
דורכפאלן.
די צוקונפט.

אבער אין עוד מלבדו שטעלט פאמעלעך איבער דעם גאנצן מעפ.

עס זענען נישט דא הונדערטער באזונדערע כחות וואס פירן מיין לעבן.

עס איז דא איין מקור.

מענטשן קענען זיין כלים.
וואס עס פאסירט ארום מיר קען זיין א כלי.
מיין גוף איז א כלי.
געלט איז א כלי.

אבער עס איז נאר דא איין מקור.

איז די עיקר שאלה טוישט זיך פון:

“וויאזוי פראטעקט איך מיך פון די אלע כחות?”

צו:

“וואס וויל השם פון מיר יעצט?”

אויב איינער פארשעמט מיך, איז די גרעסטע סכנה נישט דווקא די בושה.

די טיפערע שאלה איז:

וועט דאס מיך ברענגען צו כעס, צו ליגן, צו נקמה, צו יאוש, אדער צו ווערן אפגעריסן פון השם?

דער צער אויף א רגע איז נישט די אמת’ע סכנה.

ווייט ווערן פון השם, דאס איז וואס איך וויל באמת נישט.

דאס איז יראה.

און אהבה איז איר שפיגל:

נאענט ווערן צו השם, דאס איז וואס איך וויל באמת.

איז ווערן ליבשאפט און מורא סוף כל סוף איינס

דער ציל איז נישט אויפצוהערן ליב האבן מענטשן.
עס איז זיי ליב צו האבן טיפער.

דער ציל איז נישט אויפצוהערן הנאה האבן פון עסן.
עס איז צו טועמען דורך דעם השם’ס חסד.

דער ציל איז נישט אויפצוהערן מאכן געלט.
עס איז אויפצוהערן גלייבן אז געלט איז דער מקור.

דער ציל איז נישט איגנארירן א סכנה.
עס איז אויפצוהערן געבן דער סכנה אן אייגענעם כח.

דער ציל איז נישט אינגאנצן אויסמעקן דעם אגא.
עס איז אויפצוהערן אים צו דינען.

אלעס קומט צוריק צו איין חילוק:

כלי אדער מקור

א מענטש קען מיר געבן ליבשאפט, אבער ער איז א כלי.
עסן קען מיך שפייזן, אבער עס איז א כלי.
געלט קען ברענגען זאכן, אבער עס איז א כלי.
א רפואה קען היילן, אבער זי איז א כלי.
א מענטש קען מיר שטעלן א נסיון, אבער ער איז אלץ א כלי.
א עולם קען מיך אפשטויסן, אבער ער באשליסט נישט מיין עקזיסטענץ און מיין אמת’ן ווערט.

השם איז דער מקור.

און דערפאר קען מען די גאנצע אינעווייניגסטע עבודה כמעט צוזאמנעמען אין איין זאץ:

בעט קיינמאל נישט פון א נברא ער זאל דיר געבן וואס נאר דער בורא קען דיר געבן.

בעט נישט פון עסן עס זאל דיר געבן לעבן.
בעט נישט פון געלט עס זאל דיר געבן סעקיוריטי.
בעט נישט פון מענטשן זיי זאלן דיר געבן ווערט.
בעט נישט פון א שם ער זאל דיר זאגן ווער דו ביסט.
בעט נישט פון הנאה זי זאל אנפילן דיין נשמה.

און גיב אויך נישט קיינעם פון זיי דעם כח דיך חרוב צו מאכן.

האב הנאה פון זיי. שעץ זיי אפ. היט זיי ווען עס פאסט. האב ליב מענטשן פון טיפן הארץ.

אבער זע דורך זיי.

ווייל אונטער די אלע זאכן וואס מיר מיינען אז מיר האבן ליב און האבן מורא פון, איז בסך הכל דא איין מציאות:

וְאָהַבְתָּ אֵת ה׳ אֱלֹקֶיךָ בְּכׇל לְבָבְךָ וּבְכׇל נַפְשְׁךָ וּבְכׇל מְאֹדֶךָ

דברים ו, ה

און:

אֶת ה׳ אֱלֹקֶיךָ תִּירָא

דברים ו, יג

איין אמת’ער מקור.
איין עיקר ליבשאפט.
איין עיקר יראה.

אֵין עוֹד מִלְּבַדּוֹ

דברים ד, לה

שיקט דעם ארטיקל

דרוקן ווי א גליון

אינעם דרוק פענצטער, קלייבט Save as PDF צו האלטן א קאפיע.

Esc צו פארמאכן